Malmö stad
$left
$middle

אינפֿאָרמאַציע פֿון שטאָט מאַלמע װעגן געזונט־ און עלטערן־השגחה אין דער קאָמונע (Yiddish)

װען מע װערט אַלט אָדער קראַנק נײטיקט מען זיך אָפֿט מאָל אין הילף אינעם טאָגטעגלעכן לעבן.
טאָמער, מע נײטיקט זיך אין הילף און מע האָט אַ רעכט צו קריגן דעם דאָזיקן הילף, זאָל מען אים יאָ באַקומען.

טאָמער, איר נײטיקט זיך אין הילף אין שװעדן, זאָלט איר אים קריגן פֿון דער קאָמונע. איר גיט אָן אויף הילף פֿון דער קאָמונע. נאָך דעם, באַשליסט די קאָמונע װאָס פֿאַר אַ מין הילף איר װעט באַקומען. אין דער אָ פּובליקאַציע װעט איר זיך לערנען װעגן דעם הילף, װאָס איר קענט קריגן פֿון דער קאָמונע.

הײם־דינסט

װען מען איז אַלט מעגט מען װײַטער װוינען אין זײַן אײגענער הײם, טאָמער מע װיל דאָס טאָן. צו האָבן הײם־דינסט הײסט אַז פּערסאָנאַל פֿון דער קאָמונע קומט צו אײַך
אין דער הײם, כּדי אײַך צו העלפֿן מיט פֿאַרשײדנע ענינים. מע קען באַקומען שטיץ כּדי צו װײַטער װוינען אין דער הײם.

דער הײם־דינסט קענט אײַך העלפֿן:

  • צו אָנטאָן זיך און צו אויסטאָן זיך
  • צו מאַכן זיך אַ שפּריץ
  • צו אויפֿראַמען די שטוב
  • צו װאַשן די קלײדער
  • צו קויפֿן עסנװאַרג
  • צו גײען שפּאַצירן
  • צו באַזוכן, למשל, אַ קליניק
  • מיט זיכערקײט־אַלאַרם
  • צו נעמען רפֿואות

װי אֲזוי קריגט מען הײם־דינסט ?

צי װילט איר אַפּליקירן אויף הײם־דינסט זאָלט איר רעדן מיט אַ סאָציאַל־אַרבעטער בײַ דער קאָמונע.

קלינגט דעם קאָמונאַלען קאָנטאַקט־צענטער אָן. דער נומער איז 00 10 040-34.
זאָגט אַז איר װילט רעדן מיט אַ סאָציאַל־אַרבעטער.

דערצײלט אײַער אַדרעס און אײַער עלטער.
דער קאָנטאַקט־צענטער װעט אײַך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיטן רעכטן פּאַרשוין.
איר קענט אויך צושיקן אַ בליצבריװ צו malmostad@malmo.se.
איר דערצײלט װאָס פֿאַר אַ מין הילף איר װילט. דער סאָציאַל־אַרבעטער באַשליסט װאָס פֿאַר אַ מין הילף איר קענט יאָ קריגן.

איר באַשליסט צוזאַמען מיטן פּערסאָנאַל פֿונעם הײם־דינסט װען זײ קענען קומען צו אײַך, און װי אַזוי זײ װעלן אײַך העלפֿן. איר באַקומט אַ „קאָנטאַקט־מאַן” כּדי איר זאָלט קענען רעדן מיט אים װעגן דעם הײם־דינסט.
איר צאָלט אַן אָפּצאָל פֿאַרן הילף.
דער אָפּצאָל איז אָפּהענגיק פֿון אײַער עקאָנאָמישן מצבֿ.

הײם־געזונט

איר קענט קריגן געזונט־אָפּהיט אין דער הײם. אַ”ג הײם־געזונט. אינעם הײם־געזונט אַרבעטן קראַנקן־שװעסטער, אַרבעט־טעראַפּעװטן און פֿֿיזיאָטעראַפּעװטן.
איר קענט קריגן הײם־געזונט אויב איר קענט נישט באַזוכן קײן קליניק.

װי אַזוי קריגט מען הײם־געזונט?

צי װילט איר אַפּליקירן אויף הײם־געזונט קענט איר אָנקלינגען דעם קאָמונאַלן
קאָנטאַקט־צענטער. דער נומער איז 00 10 040-34. דער קאָנטאַקט־צענטער שטעלט אײַך אין פֿאַרבינדונג מיטן רעכטן פּאַרשוין. איר קענט אויך צושיקן אַ בליצבריװ צו malmostad@malmo.se.

השגחה־הײַזער

טאָמער איר קענט נישט װֹײַטער װוינען אין דער הײם קענט איר זיך איבערקלײַבן
אין אַ השגחה־הויז.
אַ השגחה־הויז איז אַ װוינונג פֿאַר די װאָס שטאַרק נײטיקט זיך אין אַ סך הילף און אָפּהיט.

אַ השגחה־הויז איז אַ גרויסער בנין מיט אַ סך דירות.
עס איז אויך דאָ אַן עסצימער און אַ װוינצימער.
אין דעם השגחה־הויז װוינט איר אין אַן אײגענער דירה.
אין דער דירה זײַנען דאָ אַ צימער און אַ באָדצימער מיט אַ שפּריץ און אַ קלאָסעט.

אין אַ השגחה־הויז זײַנען עס תּמיד פֿאַראַן אַרבעטערס.
דער פּערסאָנאַל אַרבעט טאָג, אָװנט און נאַכט.

װי אַזוי טוט מען כּדי זיך צו איבערקלײַבן אין אַ השגחה־הויז

טאָמער איר מוזט זיך איבערקלײַבן אין אַ השגחה־הויז
זאָלט איר רעדן מיט אַ סאָציאַל־אַרבעטער.
קלינגט דעם קאָמונאַלען קאָנטאַקט־צענטער אָן.
דער נומער איז 00 10 040-34.
זאָגט אַז איר װילט רעדן מיט אַ סאָציאַל־אַרבעטער.
דערצײלט אײַער אַדרעס און אײַער עלטער.

דער קאָנטאַקט־צענטער װעט אײַך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיטן רעכטן פּאַרשוין.
איר קענט אויך צושיקן אַ בליצבריװ צו malmostad@malmo.se.
איר דערצײלט װאָס פֿאַר אַ מין הילף איר װילט.
דער סאָציאַל־אַרבעטער באַשליסט װאָס פֿאַר אַ מין הילף איר קענט יאָ קריגן.
דער סאָציאַל־אַרבעטער באַשליסט צי איר מעגט זיך יאָ איבערקלײַבן אין אַ
השגחה־הײם, צי נישט.

איר צאָלט אַן אָפּצאָל פֿאַר װוינען אין אַ השגחה־הויז.
װיפֿל איר צאָלט איז אָפּהענגיק פֿון אײַער עקאָנאָמישן מצבֿ.
דער אָפּצאָל אינקלודירט דירה־געלט, עסן, געזונט־אָפּהיט און השגחה.

טאָג־צענאער - פֿאַר די מיט דעמענציע

די טאָג־צענאערן זײַנען דאָ פֿאַר אײַך מיט דעמענציע. בײַ די צענטערן פֿאַרנעמט מען זיך מיט פֿאַרשײדענע זאַכן צוזאַמען מיט אַנדערע. מיר קענען, למשל, צוהערן צו מוזיק און זיך פֿאַרנעמען מיט מוזיקאַלישע אינינים, שפּילן זיך אין פֿאַרהערל, אויספֿילן קעסטל־רעטענישן, לײענען צײַטונגען, מאַכן זיצנדיקע גימנאַסטישע געניטונגען אָדער גײן שפּאַצירן. ס'טרעפֿט זיך אויך אַז מיר מאַכן אַן אַרויספֿאָר. מיר עסן פֿרישטיק, לאָנטש און בולקעס מיט קאַװע צוזאַמען.

דער טאָג־צענטער „קלוב צעפֿאַלאָן” איז פֿאַר אײַך מיט אַ דיאַגנאָזטיצירטער דעמענציע װאָס איז אונטער 66 יאָר.

בײַם קלוב צעפֿאַלאָן טוען מיר זאַכן צוזאַמען. מיר פֿאָרן אַרויס צו, למשל, מוזײען און דעם נאַטור, מיר גײען שװימען, מאָלן, באַקן, מוזיק, פֿאַרהערל.

צי װילט איר אַ טאָג־צענטער באַזוכן?

קלינגט דעם קאָמונאַלן קאָנטאַקט־צענטער אָן, טעלעפֿאָן־נומער 00 10 040-34. דערצײלט אַז איר װילט רעדן מיט אַ סאָציאַל־אַרבעטער (biståndshandläggare).
איר קענט אויך צושיקן אַ בליצבריװ צו malmostad@malmo.se דער אָפּצאָל אינקלודירט דירה־געלט, עסן, געזונט־אָפּהיט און השגחה.

באַלײטונג, הילף אין דער הײם און קאָנטאַקט־פּאַרשוינען

װען איר נײטיקט זיך אין הילף כּדי צו גײען אין דרויסן אַרויס, קענט איר אַפּליקירן אויף באַקומען אַ באַלײטער. דער באַלײטער קענט איר העלפֿן װען ס'קומט צו באַזוכן אַ רעסאָראַן אָדער אַ קאַפֿע, גײן אײַנקויפֿן קלײדער, מאַכן געניטונגען, גײן צו אַ טרעפֿאָרט אָדער גײן אין קינאָ און טעאַטער.

װען איר פּילנעװעט עמעצן נאָענט צו אײַך, למשל אַ משפּחהגליד אָדער אַ חבֿר, קענט די קאָמונע אײַך העלפֿן מיט דעם. װען איר פּילנעװעט עמעצן נאָענט צו אײַך מוז מען פֿון צײַט צו צײַט זיך אָפּרוען. די קאָמונע קען אײַך העלפֿן מיט דעם, בכּלל אין דער הײם.
מע קען אויך גײן דערבײַיִק שפּאַצירן.

טאָמער, קענט איר עמעצן װאָס נײטיקט זיך אין הילף און שטיץ װאָס שײך סאָציאַלע קאָנטאַקטן, איז עס דאָ אַ מיגלעכקײט צו אַפּליקירן אויף אַ קאָנטאַקט־פּאַרשוין.

צי װילט איר אַפּליקירן אויף באַלײטונג, הילף אין דער הײם אָדער אַ קאָנטאַקט־פּאַרשוין?

קלינגט דעם קאָמונאַלן קאָנטאַקט־צענטער אָן, טעלעפֿאָן־נומער 00 10 040-34. דערצײלט אַז איר װילט רעדן מיט אַ סאָציאַל־אַרבעטער (biståndshandläggare).
איר קענט אויך צושיקן אַ בליצבריװ צו malmostad@malmo.se דער אָפּצאָל אינקלודירט דירה־געלט, עסן, געזונט־אָפּהיט און השגחה.

אַן אײגענער קען שטיץ באַקומען

אַלס אַן אײגענער װערט גערעכנט עמעצן װאָס העלפֿט, שטיצט אָדער לעבט צוזאַמען מיט עמעצן װאָס נײטיקט זיך אין הילף כּדי זיך צו ספּראַװען מיטן טאָג־טעגלעכן לעבן. אַן אײגענער קען זײַן אַ משפּחהגליד, אַ קרובֿ אָדער אַ גוטן חבֿר. אַן אײגענער קען
באַקומען שטיץ פֿון דער קאָמונע. איר קענט זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אַן אײגענער־קאָנסולענט דורכן קאָנטאַקט־צענטער, טעלעפֿאָן־נונער 00 10 040-34
אָדער בליצפּאָסט: malmostad@malmo.se אָדער anhoriga@malmo.se.

טרעפֿערטער

אויף אַ טרעפֿאָרט קענט איר זיך טרעפֿן מיט אַנדערע מענטשן.
אויף אַ טרעפֿאָרט טוט מען פֿאַרשײדענע זאַכן צוזאַמען מיט אַנדערע מענטשן.
דאָס טרעפֿאָרט איז אַ קאָמונאַלער לאָקאַל.

מיר טרינקן קאַװע, מאָלן, פֿאַרנעמען זיך מיט גימנאַזטיק, פּראַװען שׂימחות אָדער שפּילן אין פֿאַרשײדנע שפּילן, למשל בינגאָ און קאָרטנשפּילן.
מיר הערן צו צו עמעצן װאָס קומט שפּילן מוזיק און זינגט.
אַ פּאָר מאָל מאַכן מיר צוזאַמען אַן אַרויספֿאָר אָדער עסן אין רעסטאָראַן.
איר באַשליסט אַלײן װאָס צו טאָן אויפֿן טרעפֿאָרט. איר קענט קריגן נײַע חבֿרים.
צו קומען צום טרעפֿאָרט איז בחנים.

אויף אַלע טרעפֿערטער קענט מען קויפֿן קאַװע, טײ און קיכלעך.
אויף אַ פּאָר טרעפֿערטער איז דאָ אַ רעסטאָראַן װוּ מע קען קויפֿן און עסן מיטאָג.

עס זײַנען דאָ עטלעכע טרעפֿערטער אויף פֿאַרשײדנע ערטער אין מאַלמע.
אַלע טרעפֿערטער פֿאַר די עלטערע לײַט זײַנען אָפֿן מאָנטיק ביז פֿרײַטיק בײַ טאָג.
די טרעפֿערטער מיט אַ רעסטאָראַן זײַנען אויך אָפֿן בעת מיטאָג אויף שבת־זונטיק.

װוּ זײַנען דאָ די טרעפֿערטער אין מאַלמע?

טאָמער איר װילט װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן װוּ איז דאָ דאָס נאָענסטע טרעפֿאָרט
קענט איר אונדז אָנקלינגען. דער נומער איז 00 10 040-34.
איר קענט אויך לײענען מער װעגן די טרעפֿערטער אויף דעם קאָמונאַלען װעבזײַטל
www.malmo.se/motesplatserforseniorer.

Sidan senast uppdaterad:

ji