נייע עדיוקעישאן פארטעל - הערבסט 2024
ביים אנהויב פונעם 2024/2025 שולע יאר, וועט די פריימערי שולע אדמיניסטראציע אריבערטוישן צו דעם עדיוקעישאן פארטעל אנגערופן Unikum.
Unikum איז א דיגיטאלע מיטל וואס ערמעגליכט אייך אלץ עלטערן אדער גארדיען צו גרינגערהייט נאכפאלגן און זיין א טייל פון אייער קינד'ס לעבן, אנטוויקלונג און לערנען אין שולע - סיי דורכ'ן סעלפאון און קאמפיוטער. אין Unikum וועט איר טרעפן אפשאצונגען, אינפארמאציע פון לערערס און באשטימונגען פון זיצונגען מיט לערערס. די Unikum עדיוקעישאן פארטעל ברענגט קאמיוניקאציע צווישן שולעס, עלטערן און סטודענטן.
Unikum ערזעצט InfoMentor, איז דערפאר וועט איר מער נישט קענען אריינ'לאג'ען צו InfoMentor אנגעהויבן פון אוגוסט. די עקזיסטירנדע דאקומענטן וועלכע זענען יעצט אין InfoMentor וועלן ווערן אריבערגעפירט צו Unikum.
דאונלאוד'ט די Unikum Familj עפפ דורך די App Store אדער Google Play צו באקומען צוטריט צו אינפארמאציע פונעם שולע דירעקט צו אייער סעלפאון. איר קענט אויך אריינ'לאג'ען צו Unikum דורך אייער וועב בראוזער. מער אינפארמאציע און א לינק אריינצו'לאג'ען וועלן זיך געפינען אויף malmo.se אין אוגוסט.
לאג'ט אריין צו Unikum
איר וועט אויך קענען אריינ'לאג'ען צו Unikum מיט Freja+ אדער BankID פון אוגוסט 15.
וואס איז Freja+?
Freja+ איז א סטעיט-בארעכטיגטע סעלפאון עלעקטראנישע אידענטיפיקאציע סייט, גענוצט פאר אידענטיפיקאציע. Freja+ קען ווערן גענוצט פאר אנליין אידענטיפיקאציע, צום ביישפיל אריינצו'לאג'ען צו עלעקטראנישע סערוויסעס, אדער פאר פערזענליכע אידענטיפיקאציע אזויווי סיי וועלכע אנדערע פיזישע ID קארטל.
וואס איז BankID?
איר נוצט די BankID עפפ זיך צו אידענטיפיצירן. איר קענט אריינ'לאג'ען נוצנדיג א סעקיוריטי קאוד, פנים דערקענונג אדער פינגער אפדריקן, געוואנדן אין וואס אייער סעלפאון פארמאגט און אין וואס איר ווילט נוצן.
אריינ'לאג'ען צו Unikum מיט Freja eID פאר עלטערן און גארדיענס מיט TF נומערן
עלטערן דארפן באקומען א Freja eID צו קענען אריינ'לאג'ען צו Unikum.
צו באקומען צוטריט צו א Freja eID, דארפן גארדיענס מיט א TF אידענטיטעט נומער זיך איינגעבן מיט א באשטעטיגטע קאארדינאציע נומער. די אפליקאציע ווערט געמאכט ביי איינע פון די סטעיט סערוויס אפיסעס. צו באשטעטיגן א קאארדינאציע נומער (samordningsnummer), באשטעלט אן אפוינטמענט ביי איינע פון די סיטי'ס רעגירונג סערוויס אפיסעס.
אויב די עלטערן האט נישט א קאארדינאציע נומער, קען דער מענטש זיך איינגעבן פאר א קאארדינאציע נומער ביי איינע פון די סיטי'ס רעגירונג סערוויס אפיסעס דורך אויספולן שוועדישע שטייער אגענטור'ס בויגן SKV7540, אדער עלעקטראניש אדער דורך אן ארויסגעדרוקטע פאפיר וואס איר קענט באקומען און אויספולן ביי די אפיס.
עס זענען דא פיר סערוויס אפיסעס (servicekontor) אין די סיטי פון Malmö:
- Värnhem servicekontor, אַרייַנגאַנג פון מאָל, Fredsgatan 23
- City servicekontor, Östergatan 16B
- Mobilia servicekontor, Per Albin Hanssons väg 32E
- Rosengård servicekontor, Frölich väg 3
Sidan senast uppdaterad: